העברעאיש פֿון װיקיפּעדיע העברעיִש (עברית) איז אַ סעמיטישע שפּראַך. דאָס מאָדערנע העברעיִש (עברית ישראלית) איז באַזירט הױפּטזעכלעך אױף לשון קודש און פֿאַרצײַטישן אראמיש, מיט אַנטלײַונגען פֿון נישט־סעמיטישע שפּראַכן און עטלעכע ענדערונגען אין גראַמאַטיק. דאָס העברעיִש איז נײַ־געשאַפֿן געװאָרן װי אַ רײדשפּראַך אינעם סוף פֿון 19טן יאָרהונדערט ביז אָנהײב פֿונעם 20טן יאָרהונדערט דורך אליעזר בן יהודה. די אָפֿיציעלע הברה איז באַזירט אױף די וואקאלן פון דער ספרדישער טראַדיציע.